Dovid M. about the mass massacre in Brok and his internment in the Ostrov concentration camp

Metadata

Testimony of 24-year-old journalist Dovid M. from Brok on the destruction of Brok and a massacre of 38 Jews taking place on the same day.

zoom_in
3

Document Text

  1. English
  2. Yiddish
insert_drive_file
Text from page1

Protocol No. 114

11–1–1940

Dovid M. from Brok

24 years old, journalist.

Left Brok on September 6

Now – Vilnius

On Shabbat, September 9, Brok was set on fire by the Germans. They poured gasoline and kerosene on the buildings and afterwards set them on fire. 110 Jewish houses were burnt down.

During the same day and night, the Germansshot or stabbed to death 38 Jews, among them:

1) Mikhalke Finkelshteyn, a lathe operator, fifty-odd years old;

2) Shmulke Shmeltsinger, a 28-year old bachelor;

3) Yidl Levartovsky, a butcher – in his thirties, together with

4) Moyshele Pzsheshtshelenyets, 4 years old, his nephew;

5) Berish Yablkavsky, a blacksmith, around 60 years old;

6) Arke-Yosl Langleyb, a locksmith, in his sixties;

7) Mendl Treblinsky, a butcher, sixty-odd years old;

8) Yitskhok Kuperberg, chairman of the Chevra Kadisha, in his nineties;

9) Itshe-Meyer Sheyko, a shopkeeper, around 40 years old;

10) Yankev-Meyer Rotbard, dry goods store keeper, in his thirties;

11) Anshl Pravidle, a tailor, in his sixties;

12) Itshe Shpaker, an elderly sick lady;

13) Hershl Tshernovin, a butcher, in his forties;

14) Yankl Migdal, a gravedigger and shoemaker, in his sixties;

his son 15) Henekh, a lathe operator, in his forties;

16) Khaym Shteynberg, a tailor, in his seventies;

17) the wife of Noyekh Bureykes, [pregnant] in the eighth or ninth month, stabbed to death when she was laying in bed;

insert_drive_file
Text from page2

18) Mendl Yaspershteyn, a rope maker, around 80 years old;

19) the wife of Alter Eynbinder (Finkelshteyn), in her sixties;

20) Markl Vaysbrot, a kvass producer, approximately 70-odd years old. (He was walking on the street. The Germans followed him in a car until they ran him over and killed him.)

21) Meyer, the son of Shmulke Pzsheshtshelenyets, a butcher, around 40 years old;

22) Zishe Zshelenyets, a baker, in his eighties;

23) Motl Holand, a merchant, in his fifties;

24) Hershl Surek, a butcher, in his forties;

25) Mates Mendzezshitski, a shoykhet [ritual slaughterer of poultry], fifty-odd years old;

26) Berish Pivko, a merchant, in his fifties;

27) Yisroel-Khaym Nayman, a shoykhet, around 80 years old.

The massacre took place under the following circumstances:

On Shabbat around 3, 4pm, the Germans ordered the whole population to gather in the church. Whoever went on the street and they [the Germans] had the impression that this individual was not walking fast enough was shot to death.

A day later, at dawn, 12 individuals were shot whilst saying slikhes [the morning prayers recited before or during the High Holidays] at Hershl Surek’s house.

Six individuals were shot on Sunday night when they were sleeping in their beds.

Two individuals – Itshe Shpaker and Yankev-Meyer Rotbard – were burnt alive. The Germans first stabbed Rotbard and then – barely breathing – they threw him into the fire.

The Jews, who they had gathered in the church – around 300 persons –, were escorted away by the Germans outside the city to the peasant Kovaltshik and there they were held for 3 days under the constant threat of execution. On the fourth day, they were all – children at the age of 14 and old men – taken into the barracks of the Ostrów (Mazowiecka) Concentration Camp.

Many times during the night, they pointed at these Jews reflectors and machine guns. Before they executed the announced shooting, the Germans issued the order that no one should dare to cry but that they have to be happy and laugh instead. They ordered them to sing songs. At the same time, the Germans

insert_drive_file
Text from page3
took photographs of the Jews. They did not shoot.

The Jews were held without food for three days and hungry they were later led to work repairing the highway.

On different days, the Jews were finally released. On the eve of Sukkot, the remaining Jews from Brok were released. And they were chased across the border to Zambrów (which was already on Soviet territory).

Signature: 1Note 1 : Missing

insert_drive_file
Text from page1

פּראָטאָקאָל נומער 114

11-1-1940

דוד מ. פֿון בראָק

24 יאָר אַלט, זשורנאַליסט.

אַרויס פֿון בראָק דעם 6־טן סעפּטעמבער

איצט –װילנע.

שבת, דעם 9־טן סעפּטעמבער, איז בראָק אונטערגעצונדן געװאָרן דורך די דײַטשן. זײ האָבן געגאָסן אויף די הײַזער בענזין אונ נאַפֿט און נאָך דעם זײ אונטערגעצונדן. עס זענען פֿאַרברענט געװאָרן 110 ייִדישע הײַזער.

די דײַטשן האָבן דעם זעלבן טאָג און בײַ נאַכט דערשאָסן, אָדער דערשטאָכן, 38 ייִדן, צװישן זײ:

1) מיכאַלקע [?] פֿינקעלשטײן, אַ טאָקער, עטלעכע און פֿופֿציק יאָר אַלט;

2) שמולקע שמעלצינגער, אַן 28־יעריקער בחור;

3) ייִדל לעװאַרטאָװסקי, אַ קצבֿ – עטלעכע און דרײַסיק יאָר אַלט, צוזאַמען מיט

4) משהלע פּזשעשטשעלעניעץ, 4 יאָר אַלט, זײַנס אַ פּלימעניק;

5) בעריש יאַבלקאַװסקי, אַ שמיד, בײַ 60 יאָר אַלט;

6) אַרקע־יאָסל לאַנגלײב, אַ שלאָסער, עטלעכע און זעכציק יאָר אַלט;

7) מענדל טרעבלינסקי, אַ קצבֿ, עטלעכע און זעכציק יאָר אַלט;

8) יצחק קופּערבערג, פּרעזעס פֿון חבֿרה־קדישא, עטלעכע און נײַנציק יאָר;

9) איטשע־מאיר שײקאָ, אַ קרעמער, בײַ 40 יאָר אַלט;

10) יעקבֿ־מאיר ראָטבאַרד, שניט־קרעמער, עטלעכע און דרײַסיק יאָר אַלט;

11) אַנשל פּראַװידלע, אַ שנײַדער, עטלעכע און זעכציק יאָר אַלט;

12) איטשע שפּאַקער, אַן עלטערע קראַנקע פֿרוי;

13) הערשל טשערנאָװין, אַ קצבֿ, עטלעכע און פֿערציק יאָר אַלט;

14) יאַנקל מיגדאַל, אַ קברן, אַ שוסטער, עטלעכע און זעכציק יאָר אַלט;

זײַן זון    15) הענעך, אַ טאָקער, עטלעכע און פֿערציק יאָר אַלט;

16)  חײם שטײנבערג, אַ שנײַדער, עטלעכע און זיבעציק יאָר אַלט;

17)  די פֿרוי פֿון נח בורײקעס, אין 8־טן אָדער 9־טן חודש, דורכגעשטאָכן, װען זי איז געלעגן אין בעט;

insert_drive_file
Text from page2

18)  מענדל יאַספּערשטײן, אַ שטריק־מאַכער, בײַ 80 יאָר אַלט;

19)  די פֿרוי פֿון אַלטער אײנבינדער (פֿינקעלשטײן), עטלעכע און 60 יאָר;

20) מאַרקל װײַסבראָט, אַ קװאַס־מאַכער, בערך עטלעכע 70 יאָר אַלט. (ער איז געגאַנגען אין גאַס. די דײַטשן זענען אים נאָכגעפֿאָרן אין אַן אויטאָ, ביז זײ האָבן אים איבערגעפֿאָרן צום טויט);

21) מאיר, דער זון פֿון שמולקע פּזשעשטשעלעניעץ, אַ קצבֿ, בײַ 40 יאָר;

22) זישע זשעלעניעץ, אַ בעקער, בײַ עטלעכע און אַכציק יאָר;

23) מאָטל האָלאַנד, אַ הענדלער, עטלעכע און פֿופֿציק יאָר;

24) הערשל סורעק, אַ קצבֿ, בײַ עטלעכע און פֿערציק יאָר אַלט;

25) מאַטעס מענדזעזשיצקי, שוחט, עטלעכע און פֿופֿציק יאָר אַלט;

26) בעריש פּיװקאָ, אַ הענדלער, עטלעכע און פֿופֿציק יאָר אַלט;

27) ישׂראל־חײם נײַמאַן, אַ שוחט, בײַ אַכציק יאָר אַלט.

די הריגה איז פֿאָרגעקומען בײַ אַזעלכע אומשטאַנדן:

די דײַטשן האָבן געהײסן דער גאַנצער באַפֿעלקערונג – שבת אַרום 3־4 בײַ טאָג – זיך צונויפֿצוזאַמלען אין קלויסטער.

װער עס איז געגאַנגען אין גאַס און זײ האָט זיך אויסגעדאַכט, אַז יענער גײט נישט שנעל, איז דערשאָסן געװאָרן.

אויף צו מאָרגנס בײַ נאַכט זענען 12 פּערזאָנען דערשאָסן געװאָרן בײַם זאָגן סליחות בײַ הערשל סורעק.

זעקס פּערזאָנען זענען דערשאָסן געװאָרן זונטאָג בײַ נאַכט, װען זײ זענען געשלאָפֿן אין בעט.

צװײ פּערזאָנען – איטשע שפּאַקער און יעקבֿ־מאיר ראָטבאַרד – זענען פֿאַרברענט געװאָרן לעבעדיקערהײט. ראָטבאַרד האָבן די דײַטשן פֿריִער דערשטאָכן און נאָך דעם – אַ קוים זשיפּענדיקן – אַרײַנגעװאָרפֿן אין פֿײַער.

די ייִדן, װאָס מען האָט פֿאַרזאַמלט אין קלויסטער – אַ 300 מאַן –, זענען דורך די דײַטשן אַװעקגעפֿירט געװאָרן הינטער דער שטאָט צו אַ פּויער קאָװאַלטשיק און דאָרט זײ געהאַלטן 3 טעג אונטער דער כּסדרדיקער דראָונג פֿון דערשיסן. אויפֿן פֿערטן טאָג האָט מען זײ אַלעמען – קינדער פֿון 14 יאָר און זקנים – אַװעקגעפֿירט אין די קאַזאַרמעס אין אָסטראָװער קאָנצענטראַציע־לאַגער.

עטלעכע מאָל האָט מען בײַ נאַכט אָנגעשטעלט אויף די דאָזיקע ייִדן רעפֿלעקטאָרן און מאַשין־געװער. פֿאַרן אָנגעקינדיקטן שיסן האָבן די דײַטשן אַרויסגעגעבן אַ בעפֿעל, אַז קײנער זאָל נישט דערװעגן צו װײנען, נאָר אַלע מוזן זײַן פֿרײלעך און לאַכן. מ'האָט זײ געהײסן זינגען לידער. די דײַטשן האָבן דערבײַ די ייִדן

insert_drive_file
Text from page3
פֿאָטאָגראַפֿירט. געשאָסן האָבן זײ נישט.

די ייִדן האָט מען געהאַלטן אָן עסן דרײַ טעג און זײ נאָך דעם געפֿירט הונגעריקע אַרבעטן בײַם פֿאַרריכטן דעם שאָסײ.

אין פֿאַרשײדענע טערמינען זענען די ייִדן סוף־כּל־סוף געװאָרן באַפֿרײַט. ערבֿ סוכּות זענען די איבערגעבליבענע בראָקער ייִדן באַפֿרײַט געװאָרן. און מען האָט זײ אַריבערגעװאָרפֿן איבער דער גרענעץ – קײן זאַמבראָװ (ראַטן־פֿאַרבאַנדיש געביט שוין).

אונטערשריפֿט: נישטאָ.

References

  • Updated 5 years ago
The United Kingdom declared war on Nazi Germany on 3 September 1939, after the German invasion of Poland. After the defeat of France in the spring of 1940, the British Expeditionary Force withdrew from the European Continent. Although the Channel Islands near the French coast did fall into German hands, from the summer of 1940 until 1945, mainland Britain resisted German invasion and became a refuge for many governments-in-exile and refugees of the occupied countries in Europe. At the outbrea...

Wiener Holocaust Library

  • Wiener Library for the Study of the Holocaust & Genocide
<p><span style="color: #ff0000;"><strong>Readers need to reserve a reading room terminal to access a digital version of this archive.</strong></span></p><p>This microfilm collection consists of material gathered in Vilnius, Lithuania, by a group of refugee Polish-Jewish writers and journalists, who formed a committee to collect evidence on the conditions of Jews in Poland under German occupation. For a more detailed description of the background, objectives and methodology of this project see a...