Yerachmiel Kareb, murder of Jews from the Swieciany area, the Poligon camp and the murder of Jews in killing pits, 1941–1942
Metadata
Document Text
Švenčionys (On the way from Vilna to Daugavpils [Dinaburg])
September 27, 1941, they took all the Jews from the
Švenčionys district: from the shtetls of Švenčionys, New
Švenčionys,
Adutiškis,
Ceikiniai,
Mielagėnai,
Pabradė,
Daugėliškis, Naujasis
Daugėliškis, Ignalina, and the remainder from Kaltanėnai (the largest
part had already been murdered by Lithuanian-bandits six weeks previously), around (6,500) six thousand five hundred
altogether, they took them to Poligon
which is two kilometers from the shtetl. Naturally, they did
not tell them that they were being taken there to be murdered but rather to work.
And indeed, on the second day they took them to work in
the shtetl. They even started repairing the barracks in Poligon. At the same time, they started setting free Jews from the city of
Švenčionys as
useful Jews.
This reinforced the hope among everyone that they would let them live,
because each useful Jew, that is a shoemaker, a tailor, a doctor etc., could also take his
entire family with him to Švenčionys, to the ghetto,
which was already determined in advance. On October 1, the bandits selected the strongest men for
work.
They did not come back, but at the same time by the door they stopped
letting out the Jews who were recognized as useful.
At the same time they drove
[people] to Poligon from New Švenčionys to dig graves
there in Poligon, the Jews already knew that they will be shot
but the Poligon
was strongly guarded
by Lithuanian bandits, who were
brought in from the entire district. On October 8, all the
Jews from the Švenčionys
district had already been shot. I
learned from a bandit that the Rabbi
from Švenčionys
was killed in his prayer shawl. The Rabbi
from Ignalina, who
was very ill, the Rabbi Moyshe Aharon
Hayat, they also forced him to the grave.
No one put up any resistance, but one Borukh Sholem Gendtz from Švenčionys did not go to
the grave and the bandits threw a grenade
at him. One Murasken, a hairdresser, gave a
short speech, saying that an evil end would come upon you bandits… and without letting him
finish his speech they shot him...
(….Švenčionys)
They covered the graves a bit with earth and left them almost open until the month of
April, the blood of the martyrs forced its way through the white and yellow sand and in a
few places the wolves, of which there are many in the district, ate a number of bodies.
At the end of April they brought Jewish workers from the Vilna
ghetto
and they covered the graves
with (slaked lime) chalk and a thick layer of earth and the place was fenced off. At
first there were around sixty Jewish workers who, after finishing their work at
Poligon,
they were occupied with chopping wood and working
on the railway line. In a short time, around the end of May
1942, they brought new workers from Švenčionys
ghetto. There were already more than a hundred workers
laboring there. This lasted until the end of March
1943. Then they sent them all to the ghetto of
Švenčionys and they divided the entire ghetto
into two groups: in one group were those with friends or relatives in Vilna, they were sent to
Vilna. The two
groups were taken to… Kovno. And leaving Vilna they took them a few
kilometers to Poligon
and opened the wagons.
Then the people straight away understood to where they had been
taken. They began shooting with machine guns, all were murdered, apart from a few who saved themselves in that moment. One of those who
were saved was Dibinsky from Ignalina (he was killed
at the end of 1943 near Ignalina, a friend of his
from Klaipeda, I
do not know his name).
Munich 9/12/1946
Yerachmiel Kork
Born in Salakas, lived in Ignalina, Švenčionys district.
סווענציאַן (אויף דער וועג ווילנא דינאבורג)
דעם 27 סעפטעמבער 1941 יאהר האט מן אַרויס גיפיהרט אַללע אידין פון סווענציאנער
קרייז: פון די
שטעטלך סווענציאַן, נייסווענציאַן, היידוצישקי, צייקין, מאליגאַן, פאָדבראָדצאָלט, דוגילישיקי, ניי דוגילישקי,
איגנאלינא, און
דעם רעשט פון קאלטיניאן (דער גרעסטער טייל איז שוין אום געקומען דורך די
ליטוויש-באנדיטן מיט 6 וואָכן פאר
דעם) אומגיפֿאהר בא (6500) זעקס טויזענד פינף הונדערט אלעמען האט מען גיפֿיהרט אויף דעם
פאליגאן
דאס איז 2 קילאמעטער פֿון שטעטל. נאטורליך האבין זיי ניט געזאגט
אז מען פֿיהרט זיי אום
ברענגען נור ארבייטן און טאַקע אויפֿן 2-טן טאג האט מן גענומען זיי אויף אַרביייט אין שטעטל. מען האט אפילו גינומן פֿאריכטן די באראקעס
אין פאליגאָן. גלייכצייטיג האבן זיי גענומען אַרויס לאזין אידין פון שטאט סווענציאני אַלעס
נוטצליכע אידן
דיא האט פערשטארקט די האפֿנונג באַ אלעמן אַז מען וועט לעבן לאָזן,
ווייל איטליכער נוצלעכער איד ד.ה. אשוסטער, שניידער, דאקטאר א. א. וו. האט גיקענט אויך מיט מיט
נעהמען די גאנצע פֿאמיליע מיט זיך אין
סווענציאַן אין
געהטא
וואס איז שוין גיווען פֿאַרויס בעשטימט. דעם ערסטן אקטאבר האבן די
באנדיטן אויס
געקליבן די שטארקסטע מענער
אויף ארבייט
. זיי זיינען שוין צוריק ניט געקומען, אבער גלייכצייטיג בייַ דעם טויער
האט מען גיהאלטן באַן אַרויס לאזין די אידען וועלכע זיינען געווען אַנערקענט אלעס ˶נוטצלעכע̋.
אין דערזעלבער צייט האט מען גיטריבן צו פאליגאן פון ניי סווענציאן גראָבן לאַנגע גרובער
דארטן אין פאליגאן האבען שוין די אידין גיוואוסט אַז מען וועט אויס
שיסן נאר דער פאליגאן
איז שוין גיווען שטאַרק בעוואַכט מיט ליטווישע באַנדיטן, וועלכע מען האט געבראַכט
פון גאנצען קרייז. דעם 8-טן אקטאבר איז שוין אויס גיווען געשאסן
אַללע אידן פון סווענציאַנער
קרייז, פון אַ באנדיט איז מיר נאר דאס בעוואוסט אַז דער רַב פון סווענציאַן איז אום גיקומען אין תַלית.
דער רַב פון איגנאלינא וועלכער איז גיווען שטאַרק קראַנק הַרַב ר' משה אהרן חַיט איהם האבן זיי אויך גיטריבן
צום גרוב. קיינער האט קיין ווידערשטאנד גישטעלט, נור איינער ברוך
שלום גענדץ פון סווענציאן דער איז ניט געגאנגען צום גרוב
אויף איהם האבן די באַנדיטן אגראנאַט גיווארפין נאר
איינער מוראַסקען אַ פֿריזיר דער האט אקורצע רעדע
גיהאלטן אַז אויף אייך באנדיטן וועט אסוף קומען פאר... און ניט לאזענדיג איהם ענדיגין ריידן האט
מען דער
שאָסן ...
(.... סווענציאַן)
דיא גרובער האט מען נור עטוואס מיט ערד צוגידעקט און גילאזין ביז אַפריל מאַנאט 1942 כמעט
וויא אָפען דורך דעם ווייסן און געלען זאמד האט דורך גישלאגין די בלוט פון די קדושים און אויך
אין אייניגע ערטער האבן די וועלף וועלכע איז פֿיל אין דעם געגענד זיי האבן צו פֿרעסן אייניגע
קערפערס. ענדע אַפריל האט מען גיבראַכט ארבייטער אידישע פון ווילנער ˶געהטא̋ און מען האט די גרובער
מיט (וואַפנע) מיט קאַלק פערשטאטן און צו גידעקט
מיט אַ דיקן שיכט ערד און דעם אָרט אַרום גיצוימט. צו ערסט זיינען דאָ גיווען אַ 60
אידישע אַרבייטער וועלכע האבן נאך דעם פארענדיגן זייער אַרבייט אויף פאָליגאן
זיינען זיי גיווען בעשעפֿטיגט באַן האַקען
האלץ און אויפֿן באַהן-ליניע. אין אקורצע צייט אַרום ענדע מאיי 1942 האט מן גענומן נייע אַרבייטער פון סווענציאנער
געהטא עס האבן שוין געארבייט איבער הונדערט אַרבייטער דאס האט
גידויערט ביז ענדע מאַרס מאנאט 1943. מען האט זיי דאַן אַלעמען אפ געשיקט אין סוווענציאנער
געהטא און דאַן האט מען די גאַנצע געהטא
פערטיילט אין 2 גרופעס: איין גרופע אט די וועלכע האבן אין ווילנא גיהאט נאהענטע פֿריינד
האט מען אפ גישיקט נאך ווילנא די 2 גרופֿפע האט מען געפֿיהרט נאך... קאָוונע און אַרום פאהרענדיג
פון ווילנא האט מען
זיי דערפֿיהרט עטליכע קילאמעטר צום פאליגאן
און האט די וואגאנעס אויף גימאכט דיא מענטשן האבן גלייך פערשטאנען וואו מען פֿיהרט זיי
און האט גינומען שיסן פון מאשינען גיוועהר אללע זיינען אום גיקומען נאר
איינצעלנע האבן זיך גיראטעוועט אין יענעם מאמענט איינער פון די געראטעוועטע איז געווען
דיבינסקי פון איגנאלינא ( אום
גיקומען אין ענדע 43-טן יאהר באַ איגנאלינא איינער זיינער אַ
חבר פון קלייפעדע
זיין נאמען איז מיר ניט בעואוּסט ).
מיונכען 9/xii 46 ירחמיאל קאָרק
געבוירען אין סאלאק גיוואונט אין איגנאלינא קרייז סווענציאן
References
- Updated 5 years ago
ארכיון יד ושם / Yad Vashem Archives
- YV Archives
- Yad Vashem Archives
- Israel
- Har Hazikaron
- Jerusalem
- Updated 9 months ago
- United States Holocaust Memorial Museum
- irn524432
- English
- 21,245 digital images, JPEG 3...
- Updated 1 year ago